לפי המייל של הקנאים שהתקבל היום (בצירוף מכתב של הרב מורגנשטרן) לא נראה שזה אמת !!!
זה המייל :
מוישי וואו ביסטו?!צפה בקובץ המצורף 1120326
טייערע ברידער!!
דער בחור 'אברהם משה' איז שוין פרשוונדן איבער 7 וואכן
דאס לעצטע מאל איז ער געזען געווארן אין מירון ערש"ק 'פרשת שמיני'
דער טאטע בעט ביי יעדען וואס קען אפי' נאר צוברענגן צום געפינען זיין טייערער קינד.
די מאמע וויינט און גיסט טייכען טרערן
"וואס נאך קען מען טוהן פאר אברהם-משה"
יעדע פעולה וואס מ'קען טוען קאסט אפ הון תועפות, זיי ווילן דאס טוהן - וואס טוהן נישט עלטערן פאר זייער טייערע קינד - אבער זיי האבן נישט די יכולת.
די הוצאות צו דינגען מומחים וואס קענען העלפן עם צו טרעפן זענען גרויס, און די הוצאות ווערן גרעסער ייעדן טאג וואס מוישי איז נישטא.
מיר קענען זיי העלפן, אפי' במעט, מיט געלט און מיט תפילות!!