עזרה שיר הדלקת נרות מרגש באידיש - אני מחפש את המילים

$bsd

משתמש פעיל
יהודה זילברברג ומקהלת 'שירה' מרגשים בשיר ''הדלקת הנרות''
ילד הפלא יהודה זילברברג מלווה במקהלת שירה ובתזמורתו של שייע קלר מבצעים באופן מרגש במיוחד את שירו של אייזיק האניג "הדלקת נרות" שהלחין מוטי אילוביץ למילותיה של מירי ישראלי. שירה במקור באלבום שבת'דיג.
מילים:
שבת איז געקומען אויף דער וועלט,
באלייכטן יעדע אידישע געצעלט,
אין א לייכטער שפיגלדיג ניי,
ברענען די לעכטעלעך צוויי,
א בית נאמן ווערט דא אויפגעשטעלט
ביים חופה האט זי געבעטן מיט געוויין,
גע'חלומ'ט פון א לעבן אזוי שיין,
און ענדליך שטייט זי דא,
אין א מזל'דיגע שעה,
זי צינדט שוין לעכט אין איר אייגן היים
יהי רצון שתזכני, רבונו של עולם ענני,
איך בעט פון טיפן הארצן א תחינה,
יהי רצון שתזכני, דורות ערליכע שיינע,
זאל רוהן צווישן אונז די הייליגע שכינה.
בנים ובני בנים בעט איך פון דיר אצינד,
זוכה זיין צו נחת פון א יעדע קינד,
אזוי האבן מאמעס געדאווענט אין אלע יארן פארביי,
דאס איז מיין בקשה, פונקט אזוי ווי זיי.
בנים ובני בנים אוהבי השם,
וואס דינען דעם באשעפער,
מיט א ליבשאפט מיט א ברען,
בנים ובני בנים יראי אלוקים,
זרע קודש בה' דבקים.
יהי רצון שתזכני, רבונו של עולם ענני,
איך בעט פון טיפן הארצן א תחינה,
יהי רצון שתזכני,
דורות ערליכע שיינע,
זאל רוהן צווישן אונז די הייליגע שכינה.
די יארן לויפן, די צייט עס בלייבט נישט שטיין,
די משפחה איז געוואקסן הערליך און שיין,
שוין צוגעלייגט לעכט אסאך,
אבער זי בעט נאכאלץ די זעלבע זאך,
יעדע שבת ביי די לעכט מיט א געוויין.
די קינדער ארום איר פון גרויס ביז קליין,
די לעכטעלעך צינדט זי אן, איין ביי איין,
מיט יעדע ליכט א טרער,
אויף יעדע קינד א קלער,
אויף יעדע זון און טאכטער א באגער.
יהי רצון שתזכני, רבונו של עולם ענני,
דער וועלט איז פול מיט אלע מיני השפעות.
יהי רצון שתזכני, געב זיי די שכל די ריינע,
ריכטיג צו קלויבן, נישט צו מאכן קיין טעות.
בנים ובני בנים בעט איך פון דיר אצינד,
שענק מיר די הבנה,
ווי זיך צו פירן מיט יעדע קינד,
מחנך זיין על פי דרכו,
העלף מיר צו פארשטיין,
ווען צו זאגן יא, און ווען צו זאגן ניין.
בנים ובני בנים אוהבי השם,
וואס דינען דעם באשעפער,
מיט א ליבשאפט, מיט א ברען,
בנים ובני בנים יראי אלוקים,
זרע קודש בה' דבקים.
יהי רצון שתזכני, רבונו של עולם ענני,
דער וועלט איז פול מיט אלע מיני השפעות.
יהי רצון שתזכני, געב זיי די שכל די ריינע,
ריכטיג צו קלויבן, נישט צו מאכן קיין טעות.
זי האט קיין-עין-הרע שוין אייניקלעך אסאך,
די קייטל האט זיך ווייטער געצויגן מיט פראכט,
אןן פונקט אזוי ווי איר,
די טאכטער און די שניר,
זאגן די תחינה יעדע פרייטאג צונאכט.
און אזוי אין די גאנצע וועלט,
אידישע דורות אויפגעשטעלט,
בזכות די תחינה יעדער פרייטאג צונאכט.
 

אולי מעניין אותך גם...

הפרק היומי

הפרק היומי! כל ערב פרק תהילים חדש. הצטרפו אלינו לקריאת תהילים משותפת!


תהילים פרק קמט

א הַלְלוּיָהּ שִׁירוּ לַיהוָה שִׁיר חָדָשׁ תְּהִלָּתוֹ בִּקְהַל חֲסִידִים:ב יִשְׂמַח יִשְׂרָאֵל בְּעֹשָׂיו בְּנֵי צִיּוֹן יָגִילוּ בְמַלְכָּם:ג יְהַלְלוּ שְׁמוֹ בְמָחוֹל בְּתֹף וְכִנּוֹר יְזַמְּרוּ לוֹ:ד כִּי רוֹצֶה יְהוָה בְּעַמּוֹ יְפָאֵר עֲנָוִים בִּישׁוּעָה:ה יַעְלְזוּ חֲסִידִים בְּכָבוֹד יְרַנְּנוּ עַל מִשְׁכְּבוֹתָם:ו רוֹמְמוֹת אֵל בִּגְרוֹנָם וְחֶרֶב פִּיפִיּוֹת בְּיָדָם:ז לַעֲשׂוֹת נְקָמָה בַּגּוֹיִם תּוֹכֵחֹת בַּלְאֻמִּים:ח לֶאְסֹר מַלְכֵיהֶם בְּזִקִּים וְנִכְבְּדֵיהֶם בְּכַבְלֵי בַרְזֶל:ט לַעֲשׂוֹת בָּהֶם מִשְׁפָּט כָּתוּב הָדָר הוּא לְכָל חֲסִידָיו הַלְלוּיָהּ:
נקרא  7  פעמים

ספירת העומר

לוח מודעות

למעלה