מילות השיר - לא מדויק!
אין א קליין הייזקע אינמיטן די נאכט
די פענסטער פארקלאפט אלע טירן פארמאכט
זיצט א איד נעבן וויגל פון זיין קינד
הייסע טרערן פון אויגן עס רינט
אינדרויסן איז קיינער נישט זעכער
ס'פאלן באמבעס אויף אלע דעכער
ס'רעגנט אין גאס די שטאט איז ארומגענומען
דער דייטש דער רשע איז נעכטן אריינגעקומען
יעדנס הארץ איז אזוי פארקלעמט
קיינער ווייסט נישט ווען זיי מ'נעמט
וויאהין איז אויכעט נישט קלאר
דאס גאנצע לעבן הענגט אויף א האר
ער נעמט אפעדער מיט א שטיקל פאפיר
א בריוועלע גיי איך שרייבן צו דיר
גלייך אינדערפרי דיך באהאלטן ביי די שכנים
איידער מ'פירט אונז אוועק אלע אינאיינעם
כ'האב אסאך געטראכט ווען דו זאלסט וויסן
ווי מיין הארץ איז שוין אינגאנצן צוריסן
אפשר אמאל ווען דו וועסט דעם בריוו ליינען
וועסטו זען אז דיין טובה האב איך געטון מיינען
מיין קינד מיין קינד מיןן קינד
בלייבזשע מיר געזונד
א פחד א שרעק
מ'נעמט אונז אוועק
מ'טוט אלע יודן פארטרייבן
בני בני בני
צו דיין טאטן הער זיך צו
ניין מיין זון
איך נעם דיך נישט אהין
כאטש איינער פון אונז זאל בלייבן
איך וויס נישט וואס וועט געשען
ווער וויסט צו מיר וועלן זיך נאך זען
איין בקשה האב איך אצינד
פארגעס נישט אז ביסט א אידיש קינד
ס'וועט נאך קומען שווערע צייטן
דו קענסט מיינען אז דו האסט נישט קיין טאטן
וויסן זאלסטו םון דעם שומר ישראל
דער טאטע וואס לעבט אלעמאל
אוי רבונו רבונו של עולם...
דאס בריוועלע אין העמד פון קינד פארנייט
צום באשעפער זיין הארץ אוי אוי עס שרייט
דו ביסט דאך דער טאטע דער שומרישראל
שמור שארית ישראל
יארן זענען אדורךגעלאפן
קיין זכר פון אמאל האט דאס קינד נישט געטראפן
ער קומט אין שול נישט דא דארט קיינער
אויפן פלאץ פון ארון הקדש געבליבן אפאר שטיינער
פזמון...
טאטע איך וועל נקמה נעמען פאר דיר
אוי טאטע איך וועל צוריק אויפבויען ווי פריער
מיטן גאנצן הארץ זאג איך צו איך וועל מיך נישט בייגן
א שטיין נאך א שטיין וועל איך צוריקלייגן
ומלכות הרשעה מהרה תעקר
אבער נצח ישראל לא ישקר
קהלות הקדש חרוב געמאכט און פארברענט
אבער פארלעשן דאס פונק האבן זיי נישט געקענט
טאטע...
טאטע...