די שול איז אנגעפילט
ווייס איינגעהילט
דער ציבור – בעט זיך איבער
מיט’ן ק”ל שק”י
יעדער ביי זיין מחזור’ל מיט תפילת זכאי
אלע טליתים ווייס
אלע אויגן נאס
מיט א פרישע – קדושה
יעדער לייכט
יום כיפּור, די הייליגסטע נאכט
מען ווארט אויף יוסל’ן דעם חזן
ער האט זיך נאך נישט געטון באווייזן
מען הערט באלד – עס ווערט באלד
א רודעריי
ווען קומט ער שוין זאגן כל נדרי
פּלוצלונג לויפט ער געאיילט
אריין מיט א בלאסן געשטאלט
בעפאר’ן בלעמער – ביי א זיץ דארט
בלייבט ער שטייענדיג
די אינציגסטע זיץ וואס איז ליידיג
דער טויבער – ר’ סענדר
דארט פלעגט ער זיצן מיט זיין שטענדער
דעם חזן – האט ער אנגעקוקט
ווי גלייך ער וואלט געהערט יעדעס ווארט און זיך דערקוויקט
מיט א שמייכעלע – א ברייטער
געשאקלט מיט’ן קאפּ ווי גלייך יעדעס ווארט פארשטייט ער
ביים ענדע, – איז שוין באהאווענט,
פלעגט ער צוגיין צו דעם חזן:
איר האט זייער שיין געדאווענט
דער חזן – שטייט דארט
קוקט אויף דעם פּלאץ און רעדט נישט קיין ווארט
צוגעגאנגען – גלייך איז ער
און נעמט ארויס פון שטענדער ר’ סנדר’לס מחזור
ער שטייט דארט – איינגעבויגען
טרערן גיסן פון זיינע אויגן
עס ווערט שפּעט – די שעה’ן
ענדליך דרייט ער זיך אויס און הויבט שוין אָן
על דעת המקום, ועל דעת הקהל
בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה
אנו מתירין להתפּלל
און א טרער אויפ’ן פּנים ליגט אים
ער זאגט ווייטער דער קול ווערט אבער נקטם
עס גייט נישט מער, דאס הארץ דרוקט אים
די טרערן שטיקט אים
….
דער רבי פרעגט אים – דעם סיפּור
יוסעלע וואס איז אנדערש דעם יום כיפּור
אוי רבי – גיט ער א כליפּער
אויב איך מעג יעצט וויילן
וועל איך יעצט אלעס פארציילען:
ר’ סנדר’ל אין אויער’ל מיט זיין וואטע
ער איז גאר געווען מיין טאטע
געשמייכלט תמיד – צו מיר צום עמוד
מיט פריידעניש
כאטש געהערט האט ער קיינמאל ליידער נישט
ליידער היינט נישט גלייביג
האט ער פארמאכט זיינע אויגן אויף אייביג
פונאנדערגעשיידען – שוין אין גן עדן
טוט ער פּראווענען
דעס ערשטע מאל היינט וואס מיין טאטע הערט מיך דאווענען
אוי טאטע! אוי טאטע!
דו האסט געקוועלט בישיבה של מטה
כל שכן – נישט קיין שאלה
אז דו הערסט מיך דאווענען דארט בישיבה של מעלה
מיין קינד! – מיין קינד!
איך הער דיך דאווענען יעצט אצינד
דאווען ווייטער מלא חן
ווייל יעצט ווייס איך שוין אליין
אז דו דאווענסט זייער שיין
יוסעלע! – אוי יוסעלע!
דו האסט געעפנט א טויער’ל א שלאס’עלע
ביים טאטען – אין הימל
וואס הערט אונז אויס אייביג נישט נאר די מאל
דאווען ווייטער – בהאי גוונין
אלע מלאכים ווילן מיט דיר מיט דאווענען
זיי ווארטן שוין – מיט צמאון
דריי דיך נאכאמאל אויס און מיט מיר צוזאם הויב אָן
על דעת המקום, ועל דעת הקהל
בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה
אנו מתירין להתפּלל
אוי! כל נדרי, ואסרי, ושבעי, דנדרנא
ודאסרנא, על נפשתנא, מיום כיפּורים זה
עד יום כיפּורים הבא עלינו לטובה
או טאטע! – אוי טאטע!
דו ווייסט דאך וואס טוט זיך דא בישיבה של מטה
אוי רחמים – שאלי
נעם ארויף אונזערע טרערן דארט בישיבה של מעלה
מיין קינד – ישראל
איך הער דיך דאווענען אלע מאל
דאווען ווייטער – מלא חן
ווייל דו ווייסט דאך אליין
אז דו דאווענסט אזוי שיין
יתגדל ויתקדש שמי-ה רבה אמן
COMPOSED BY
PINKY WEBER
LYRICS BY
PINKY WEBER