עזרה דרוש תמלול של שירים באידיש

צ

משתמש פעיל
א סוכלע א קליינע.
שיר ישן, אני מכירה בשירתו של MBD:
א סוכה'לע א קליינע
מיט ברעטעלעך געמיינע
האב איך מיר א סוכה’לע געמאכט
באדעקט דעם דאך
מיט א ביסעלע סכך
זיץ איך מיר אין סוכה'לע ביינאכט

א ווינט א קאלטן
בלאזט דורך די שפאלטן
און די לעכטעלעך זיי לעשן זיך פיל
עס איז מיר א חידוש
ווי איך מאך מיר קידוש
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל

צום ערשטן געריכט
מיט א בלאסן געזיכט
ברענגט מיר מיין טאכטערעל אריין
זי שטעלט אוועק
און זאגט מיט שרעק
טאטעלע די סוכה פאלט באלד איין

זיי נישט קיין נער
האב נישט קיין צער
זאל דיר די סוכה נישט זיין באנג
עס איז שוין גאר
באלד צוויי טויזנט יאר
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג
 

צ

משתמש פעיל
השיר יאקוב.
נכתב ע"י יו"ט הערליך. מושר שוב ע"י אברהם פריד באלבום "אידישע אוצרות". גם 2 אלבומים מוצלחים מאד, אברהם פריד מחדש את שירי יו"ט הירליך:
אין אוזבקיסטן
אויף די בערג פון דידזשאן
באם גרעניץ פון אינדיא און אפגאניסטן
א דארף איז פאראן
וואס זעט נישט קיין באן
מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן
די נאכט אזוי שטיל
מען הערט נישט קיין טריל
עס שלאפט שוין דער דערפל
די בערג און די מיל
און וויט פון דער וועלט
מיט פעלדער פארשטעלט
פארט זיך א טראקטאר
א קליינער אין פעלד
זיצט אויפן טראקטאר א בחור א העלד
און פירט ווי א שיפל זיין טראקטאר אין פעלד
יאקאב דער זינגער געהייסן האט ער
און קיינער עס ווייסט נישט פון וואנען און ווער
פאררויכערט דער פנים פארבוימלט די הענט
קיינער אין דארף האט אזוי נישט געקענט
פירן דעם טראקטאר פארריכטן איהם פלינק
פון זומפן ארויסשלעפן אים אזוי גרינג
און קיינער אין דארף עס האט נישט געוואסט אין זיין סוד
ווי קומט ער אהער ווי שרעקליך ס'איז ווייט פון זיין שטאט
ווי וואונדערליך האט אים דער רוסיאשער באן
פארווארפן קיין אוזבעקיסטאן
און מיטן טראקטאר פארשיקט דא אהער
צו ארבעטן ביטער און שווער
און זינדען פלעגט ער לידער געשמאק אין די נעכט
און ס'האבן די לידער געקלונגען און ווייט זיך געהערט
און ס'פלאגן פיל שאטנס שטיל קומען צו גיין
שטיין און נישט קענען פארשטיין
ווער איז ער אט-אט דער מאדנער טאדזשיק
ער גיט אויף זיי גארנישט קיין בליק
ווייל נישט פון די בערג און די פעלדער האט יאקאב געדענקט
און נישט נאך די ווילדע טאדזשיקן האט יאקאב געבענקט
ער בענקט צו זיין טאטן און מאמען אהיים
צום הייזל צום הויפל צום בוים
ער בענק אין ישיבה וואו ער האט פארבראכט
אין לערנען ביי טאג און ביי נאכט
אמר רבא, אמר רב פפא
האט עס אביי גאר אנדערש בעטראכט
און האט א ראייה צו דעם געבראכט
און מהרש"א, רשב"א, ריטב"א
עס לויפן אדורך גיך א שעה נאך א שעה
רמב"ם, רמב"ן, רבינו תם
נישטא אין דער וועלט נאך קיין בעסערער טעם
אמר רב הונא, רב סבא הממונא
האט אויף דעם שמאי אמאל נאכגעקלאגט
געקומען איז הלל און אנדערש געזאגט
ביז אין דערויסן האט שוין געטהאגט
שבת אין דעם טיי-הויז ביי דעם טשאייניק טיי
איז ער געזעסן, יאקאב
מיט טאדזשיקן אלע אויף דער ערד
פון זיין בענקשאפט, פון זיין ווייטאג
האט ער נישט געקענט פארגעסן, יאקאב
און ס'האט קיינמאל גארנישט אויפגעהערט
רופט זיך אן צו אים דער בעל -הבית
דער פירער פון זיי אלע, יאקאב
איך וויל מיט דיר ריידן צו דער זאך
איך האב א טאכטער יונג און שיין
איך וועל דיר געבן פאר א כלה, יאקאב
און אויך נאדן קריגסטו גאר אסאך
דרייסיק בהמות, פופצן אקסן,
צוואנציק קליידער פאר דיין כלה, יאקאב
און א זעקל אנגעשטאפט מיט געלט
און עס הערן די טאדזשיקן
און זיי הויבן אן צו שרייען יאקאב
דו קריגסט די שענסטע כלה אויף דער וועלאט
יאקאב זיצט די קאפ געבויגן און רעדט ניש קיין ווארט
ער איז איצט אוועקגעפלויגן אין א ווייטן ווייטן ארט
ער זעט זיין מאמען בענטשן ליכט
און זאגט א תחינה מיט
איי, היט מיין יאנקעלע'ן באשעפער ער זאל בלייבן דארט א איד
יאקאב הויבט זיך אויף, און רופט זיך אויך אן:
איך בין א איד, און איך קען עס נישט טאן
מיין תורה ערלויבט מיר נישט נעמען א פרוי
וואס גלויבט נישט און טראכט נישט ווי איך אזוי
און ס'האבן טאדזשיקן א פלאן זיך געמאכט
צו מאכן א סעודה אויף מארגן ביי נאכט
און יאקאב'ן וועט מען אויך ברענגען און באלד
חתונה מאכן אפילו מיט געוואלד
שטיל דער פארנאכט ביים טראקטאר זיצט יאקאב אליין
ער זיצט און ער טראכט און הויבט שוין אן אלעס פארשטיין
אז זיי וועלן קומען צו אים אהער באלד
און נעמען אפילו מיט געוואלד
מען וועט אים אנטרינקן מיט אפיום, מיט וויין
דאן וועט ער זייערער זיין
און שיין דער פארנאכט די זון פאר די בערג זי פארגייט
ער זיצט און ער ווארט און וידוי ער זאגט שטילערהייט
עס שטייען די בערג מיט די וויסע קעפ
און עס וואויען שאקאלן אין סטיעפ
עס קוקן די פעלזן צום הימל מיט שרעק
און זאגן נישטא דא קיין וועג
און פלוצלינג פון וויטן גענומען האט שפילן מוזיק
ער הערט די געשרייען מען פירט שוין די כלה מיט גליק
און פונקט ווי פון שלאף כאפט זיך יאקאב שנעל אויף
און הויבט אן צו גיין צום דעם הויף
ערוועט נאר אריינגען צו זיך אי געצעלט
צו נעמען זיין רענצל מיט געלט
ער גייט, ער גייט, פונקט ווי צום טויט
ער שטטיט שוין ביים טויער, ער עפענט אים ברייט
ער קוקט אריין און זעט דעם שיין
ער שמעקט די וויין ער וויל שוין אריין
אמר רבא, אמר רב פפא
זעט ער איין אותיות פלוצלינג אין וועג
זיי ווינקען, זיי רופן און ריידען מיט שרעק:
וואס טוט איר, ר' יאנקב, שנעל לויפט אוועק
קלאפן פויקן שפילן דזשאמבלעס
אויבן אן עס זיצט די כלה, יאקאב
און בריליאנטן פינקלן ארום איר
און איר פאטער מיט איר מוטער
און די מחותנים אלע, יאקאב
זיינען שוין געגאנגן ברענגן דיר
און וויט אויף די הויכע בערג אין דער פינסטערע נאכט
קריכט א מענטש דארט אויסגעצויגן מיט די אויגן צוגעמאכט
בא די זייטן טיפער אפגרונט אויפ'ן קרבן גרייט
יאקאב האט פאר זיי נישט מורא און זיין הארץ איז פול מיט פרייד
נאר איין וועג עס האט די תורה און דאס איז דער וועג
בעסער דא צושמעטערט ווערן און פון תורה ניש אוועק
נישטא קיין זאך וואס קען אפשרעקן דעם ערליכן איד
אז ער גייט נאר אין ג-ט'ס וועגן גייט ג-ט מיט אים און ער היט
 

watermelon

משתמש מקצוען
עיצוב גרפי
צילום מקצועי
דער צדיק וואו איז?
(א מעשה'לע פון סאסאווער)



איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
זיצט זיך דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו

איך האב געטאהן דא פארביי גיין
און דערהערט ס'האט א געוויין
איך קום אריין, איך קוק זיך איין, ליגט א קינד אליין

עס האט די אויגעלאך פארמאכט
און די מאמע האט געטראכט
איינס און צוויי, טאן א גיי, הערן כל נדרי

אין שוהל, איז פוהל, און שפעט איז שוין די שעה
און דארט, אויף זיין ארט, דער צדיק איז ניטא
דער טאג איז אוועק
א אומעט א פחד א שרעק
די אויגן ביי אלע מיט טרערעלאך פוהל
די ערטער זענען שוין אלע פארנומען אין שוהל
עס פעלט ניט קיין איד אין דער שפעטיגער שעה
נאר דער צדיק דער צדיק נישטא

2

איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
שטייט זיך דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו

ווישט דער צדיק אפ א טרער
וויגט די וויג אהין אהער
שא מיין קינד, שלאף געשווינד, האב קיין מורא ניט

אין שוהל דיין מאמע אויסגעצירט
שטייט און בעט ביי דעם וואס היט
זאל היטן דיר, זאל היטן מיר, זאל היטן יעדן איד

אין שוהל איז פוהל, אין פענסטער איז שוין שווארץ
ווער ווייסט, ווער ווייסט, עס קלאפט אזוי די הארץ
וואס איז געשעהן
נאך קיינמאל אזוינס נישט געזעהן
קוקן די אויגן צום הימל מיט שרעק
דער צדיק דער צדיק וואו איז ער אוועק
שווימט אויפן הימל א ווייסינקער רויך
אפשר איז ער אין דער הויך

3

איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
שטייט דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו

קוק מיין קינד א ווייסער רויך
ברענגט מלאכים פון דער הויך
און מען זינגט, און מען ווינקט, און מען קוועלט אזוי

זעה ווי שפעט איז שוין די נאכט
און דער גאנצער הימל ווארט
דו זאלסט זיין שיין, און איך זאל גיין, הערן כל נדרי

דער צדיק וויל גיין, מאכט דאס קינד א געוויין
נישט וויין נישט וויין, איך וועל דיר ניט לאזן אליין
גיט זיך דער צדיק א דריי
און צום הימל ער גיט א געשריי
ווי קאן מען א קינד לאזן וויינען אליין
באשעפער הער אויס דיינע קינדערס געוויין
געלאזן אויף הפקר צו שאנד און צו שפאט
מען טאר נישט פארלאזן זיי ג-ט.
 

watermelon

משתמש מקצוען
עיצוב גרפי
צילום מקצועי
די הארץ פון א מאמען
(א מעשה פון בארדיטשוב'ער צדיק)​


ערב יום כיפור פארנאכט, דער עולם עס ווארט
ביים טיהר פון בארדיטשוב'ער רבי'ן
יעדער עס שטייט, און געלט האלט ער גרייט
א פדיון נפש צו געבן

דער רבי האט קלאר, געזאגט אז דעם יאר
דורכלאזן וועט ער נישט קיינעם
ער לאזט נישט אראפ, א רובעל א קאפ
מוז ער נעמען היינט ביי יעדן איינעם

א זקן גאר אלט, אפילו א קינד
א רובעל מוז יעדערער געבן
דער רבי וועט באלד אפווישען די זינד
פארשרייבן אין ספר פון לעבן

א פחד א שרעק, אין היינטיגע טעג
די גרויסע הוצאות אצינדער
ווי אזוי קאן, אזא זאך צו טאן
א משפחה מיט צען צוועלעף קינדער

נאר יעדער עס ווייסט, אז דער רבי הייסט
קיינער וועט איהם נישט אפזאגען
מען קרעכצט און מען זארגט, מען לייהט און מען בארגט
מען ברענגט צום דעם רבי'ן צו טראגן

2

ביים טיש אויף זיין ארט, דער רבי זיצט דארט
און נעמט אויף דעם עולם צופרידן
א שיסל געשטעלט, איז פוהל שוין מיט געלט
א רשימה ליגט פון אלע אידן

עס עפנט זיך די טיר, א פרוי שטייט אין איהר
ארים אזוי אפגעריסן
געקומען אצינד, מיט איהר פיצעלע קינד
און וויל אז דער רבי זאל וויסן

אן אלמנה אליין, דאס קינד איז נאך קליין
שטענדיג מוז זיין מיט דער מאמען
דער לעבן איז שווער, זי האט דאך ניט מער
ווי א רובעל פאר ביידען צוזאמען

א פחד א שרעק, די פרוי פאלט אוועק
דער רבי וויל פון גארנישט וויסן
נאך א רובעל מען דארף, גיי זאגט ער שארף
ווייל די טיר וועל איך באלד דא פארשליסן

זי לויפט שנעל און זי שרייט, גיט אדער לייהט
דער עולם עס העלפט איהר אויס גערן
פון גראשנס נישט מער, איז זייער שווער
א רובעל עס זאל פון דעם ווערן

3

די גאסן שוין פוהל, מען גייט שוין אין שוהל
אלעס האט זי אפגעלאזען
זי לויפט מיטן קינד, צום רבי'ן געשווינד
די טיר זאל נאך ניט זיין פארשלאסן

עס איז שוין באלד ביינאכט, דער רבי ער ווארט
פונקט ווי אינגאנצן פארגעסן
די רביצין שרייט געוואלד, דער עסן ווערט קאלט
מען וועט באלד ניט טארן שוין עסן

עס עפנט זיך די טיר, עס בלייבט שטיין אין איהר
די פרוי מיט צושראקענע בליקען
רבי גלויבט מיר, איך האב געזוכט אן א שיעור
קיין רובעל האב איך ניט געקריגען

דער רבי שרייט ניין, אזוי קאן ניט גיין
נאר דיר אליין וועל איך פארשרייבן
דיין קליינטשינקע קינד, האט ניט קיין זינד
נישט קשה עס מעג איבערבלייבן

א פחד א שרעק, די פרוי פאלט אוועק
ניט זיין מיט איהר ברעקל צוזאמען
זי שרייט רבי ניין, מיט א גרויסען געוויין
איהר פיהלט נישט די הארץ פון א מאמען

איהר ווייסט רבי הערט, וואס איך האב באקלערט
דעם רובעל וועל איך אייך דא געבן
און נעמט גלייך געשווינד, שרייבט אריין מיין קינד
פאר מיר איז שוין אלץ איינס מיין לעבן

דער רבי ער שפרינגט אויף, די קאפ אויף ארויף
אויף די רייד געטאהן האט ער ווארטן
באשעפער נאר הער, מען דארף שוין נישט מער
עס איז שוין נישטא וואס צו טראכטן

האסט געזעהן אצינד, ווי א מאמע פאר איהר קינד
האט איהר לעבן געגעבן אצינדער
דיין פאלק איז דיין קינד, בעט'ך דיר אצינד
האב רחמנות ווי א מאמע אויף איהרע קינדער
 

צ

משתמש פעיל
מוטי שטיינמץ, יהיו לרצון:
יהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ קוק אריין אין מיין הארץ, זהעי וואס ליגט, זהעי וואס דריקט אויף מיין הארץ טאטע און מיין הארץ קוק אריין וואס אוי יוי וואס וועט דא זיין קוק אריין אין מיין הארץ, זהעי וואס ליגט, זהעי וואס דריקט אויף מיין הארץ טאטע אין מיין הארץ קוק אריין ני זאגצ׳ע טאטא וואס וועט דא זיין קוק אריין אין מיין הארץ, זהעי וואס ליגט, זהעי וואס דריקט אויף מיין הארץ טאטע אין מיין הארץ קוק אריין בקרוב ממש ס'וועט דאך גוט זיין
 

צ

משתמש פעיל
כאן, יש את 2 האלבומים של אידישע אוצרות עם קבצי PDF/
תהנו!!
 

איזה שם?

משתמש מקצוען
סליחה על ההקפצה,
למישהו יש את מילות השיר א מצה און אויבן אריין (שניצלר/אויש וכו')
ואת המילים של הזמר/גראמער ר יונתן שוורץ על האש שיר שמתחיל ב'פייער פייערל....?
תודה רבה !
 

אולי מעניין אותך גם...

הפרק היומי

הפרק היומי! כל ערב פרק תהילים חדש. הצטרפו אלינו לקריאת תהילים משותפת!


תהילים פרק קיט ע'

קכא עָשִׂיתִי מִשְׁפָּט וָצֶדֶק בַּל תַּנִּיחֵנִי לְעֹשְׁקָי:קכב עֲרֹב עַבְדְּךָ לְטוֹב אַל יַעַשְׁקֻנִי זֵדִים:קכג עֵינַי כָּלוּ לִישׁוּעָתֶךָ וּלְאִמְרַת צִדְקֶךָ:קכד עֲשֵׂה עִם עַבְדְּךָ כְחַסְדֶּךָ וְחֻקֶּיךָ לַמְּדֵנִי:קכה עַבְדְּךָ אָנִי הֲבִינֵנִי וְאֵדְעָה עֵדֹתֶיךָ:קכו עֵת לַעֲשׂוֹת לַיי הֵפֵרוּ תּוֹרָתֶךָ:קכז עַל כֵּן אָהַבְתִּי מִצְוֹתֶיךָ מִזָּהָב וּמִפָּז:קכח עַל כֵּן כָּל פִּקּוּדֵי כֹל יִשָּׁרְתִּי כָּל אֹרַח שֶׁקֶר שָׂנֵאתִי:
נקרא  6  פעמים

אתגר AI

חשיפה כפולה • אתגר 130

לוח מודעות

למעלה