יואלי קליין, לוי פאלקאוויטש, שלוימי אסקל - האט מיר אייביג ליב (תמיד אוהב אותי - אידיש)
עיבוד והפקה מוזיקלית: יונתן בלוי. עיבוד קולי: פנחס ביכלר. לחן: אלייצור, הרב ארוש, הרב אורן לוי. ביצוע במקור: יאיר אלייצור. מילים/תרגום: מאטי אילאוויטש.
דער אייבישטער איז גוט
און ער באגלייט אויף יעדן טריט
און אלעס אויף דער וועלט ער הערט און ער זעט
ער זעט איך וויל זיין גוט
אפילו אין א שוואכע מינוט
ער זעט מיין הארץ עס שרייט צום טאטן און בעט
און ער רופט אויס מיט מיר
מיט יעדע'ס מאל וואס איך פראביר
זיך אויפצוהייבן און אנהייבן פון דאסניי
ער זעט די טרערן וואס רינט פון מיר
ווי א טאטע צו זיין קינד ער זאגט מיר
שעפעלע, זארג נישט, איך פארשטיי
ה' יתברך האט מיר אייביג ליב, און אייביג וועט מיר זיין נאר גוט, ה' יתברך האט מיר אייביג ליב, און אייביג וועט מיר זיין נאר גוט
עס וועט זיין נאך און נאך גוט, נאך און נאך גוט, נאך און נאך גוט, נאך און נאך גוט, נאך און נאך גוט, נאך און נאך גוט, און אייביג וועט מיר זיין נאר גוט
דער אייבישטער האט רחמנות
און ער געבט מיר די מתנות
און באגלייט מיר אין יעדע זמן
און דעס איז מיין נחמה
אז ער קוקט אויף מיין נשמה
און ער זעט ווי ערליך איך וויל אלץ זיין
איך בעט דעם גרויסן בורא
נעם אוועק א יעדע מורא
און טראץ אלעס לעבן העכער און מער
די גאנצע וועלט זאל זען
אז עס איז קיינמאל נישט געשען
איז פארדעם יעדן טאג פאר דיר איך זינג