בקשת שיר באידיש על ירושלים - מצו"ב ההתחלה.

איבד את הצפון

משתמש פעיל
יש לי רק את ההתחלה של השיר, אשמח אם יש מישהו שיוכל לשלוח לי את כל השיר, וכן מי והא הזמר ובאיזה אלבום הוא שר את השיר.
השיר מדבר אודות הרצון שבוער אצל אומות העולם לכבוש את ירושלים.
בתודה מראש.
 

קבצים מצורפים

  • שיר על ירושלים.mp3
    KB 126.3

אמא של 3>

משתמש חדש
העלא, עס רעדט ירושלים

קיין ירושלים ווען איר קומט און גיט א בליק
און זעט די וואונדער וואס מיט יארן טויזענטער צוריק,
איר זעט ירושלים מיט איר וואונדערליכען חן
וואס ליגט אויף יעדן זאמדעלע, וואס ליגט אויף יעדן שטיין.

שטיין וועט איר דאן בלייבן, נישט פארשטייענדיג דעם סוד
די גרויסע וואונדערליכען קראפט, עס האט די שיינע שטאט,
וואס די אלע אידן גלוסטען ממש אן א שיעור
און פון אלע ווינקלעך זיי לויפען צוריק צו איר.

דערזען האבן די אראבער אז די אידן שרייען גיוואלד
מיר בענקען און מיר ווילן קיין ירושלים באלד,
האבען זיך גענומען שרייען די אראבער הויך
ס’איז דאך אזא גוטע זאך מיר ווילן עס אויך.

און די גאנצע וועלט האט זיך דערוויסט פון אט דעם סוד
אז די אידן און אראבער קריגן זיך אויף דער שטאט,
האט פארגלוסט פאר יעדן זיך אריינשטעקן די נאז
דער גריק דער קאטאליק און דער כינעזער מיטן רוס.

העלא, עס רעדט ירושלים
איר וועט אוועקגיין מיט פעדרוס,
איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם
איך האב מיין אלטן בעל הבית.

העלא, עס רעדט ירושלים
ס'נאריש אלעס וואס איר טראכט,
דעם פרומער אידן דעם געטרייעם
אים געב איך איבער די מאכט.

העלא, עס רעדט ירושלים
ליבע פרומע איד די מיין,
איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם
אייביג וועל איך דיינע זיין.

איך בין די שטאט פון קעניג דוד,
די שטאט פון אייבערשטען אליין
איך בין נישט מוחל אויף מיין כבוד
איך וועל נישט לאזן אזוי גיין.


מ’קומט היינט קיין ירושלים און מ’גיט א בליק
ווי אנדערש איז זי היינט געווארן ווי יארן צוריק,
אויסגעבויט מיט שיינע הייזער פון א יעדן זייט.
און פון זיי א קול פון תורה הערט זיך זייער ווייט
ערליכע שיכונים אזוי הערליך אזוי שיין
פיל מיט ערליכע משפחות קינדער מלא חן,
מ’דינט דארט דעם באשעפער און מ’לערענט אהן א עק
און פאר קיינעם אין דער וועלט זיי האבן נישט קיין שרעק.

אבער מ’זעהט נאך אידן דארט אויך פון אנאנדער מין
יעדער איינער קוקט און פרעגט, ווי קומען זיי אהין?
נישט קיין תורה נישט קיין יראה זעהט מען אויס אזוי
שווער זיי צו דערקענען צו א איד אדער א גוי.
זיי מיינען זיי זענען בעלי בתים אויפן קעניג'ס שטאט
און ווילן איר פארבויען מיט א חרפה און א שפאט,
די אידעלעך די הערליכע מ’קעמפט אויף יעדן ארט
און די שטאט אליין האט שוין ארויסגעזאגט איר ווארט.

העלא, עס רעדט ירושלים
אפשר קען איר זאגן ווער,
אט דעם בעל הבית דעם נייעם
ווער האט אים געשיקט אהער.

הא – וואס איז אים שלעכט געוועזען
אין מאסקווע אדער אין בערלין,
ס'איז דא דארט עסן פאר איעדען
זאל ער זיך גיין צוריק אהין.

די איינוואוינער מיינע
דארפן זיין פיינע
און שרעקן זיך פון בורא
און אפהיטען זיין תורה,
מיט ציצית און תפילין
מיט הייליגע געפילן
און שבת אז מ’היט
אוי, דאן איז מען א יוד.
א ישיבה א חדר
דארף דארט זיין כסדר
און אנטוהן מוז איעדער
צניעות'דיגע קליידער,
מיט פריינטשאפט און פרידן
צווישען ברודער אידן
ווייל דאס איז דער געבאט
פון דעם קעניג'ס שטאט.

העלא, עס רעדט ירושלים
אידן טייערע זייט גרייט,
אויף א לעבן גאר א נייעם
פיל מיט תורה פיל מיט פרייד.

העלא, עס רעדט ירושלים
ווער ס’וויל בלייבען דא ביי מיר,
פארלאזט דעם לעבן אט דעם פרייען
און אפן איז פאר אייך מיין טיר.
 

ע.מ.

משתמש סופר מקצוען
מנוי פרימיום
עיצוב גרפי
עיצוב ואדריכלות פנים
זה שיר של ר' יו"ט עהרליך זצ"ל
 

אולי מעניין אותך גם...

הפרק היומי

הפרק היומי! כל ערב פרק תהילים חדש. הצטרפו אלינו לקריאת תהילים משותפת!


תהילים פרק צח

א מִזְמוֹר שִׁירוּ לַיי שִׁיר חָדָשׁ כִּי נִפְלָאוֹת עָשָׂה הוֹשִׁיעָה לּוֹ יְמִינוֹ וּזְרוֹעַ קָדְשׁוֹ:ב הוֹדִיעַ יי יְשׁוּעָתוֹ לְעֵינֵי הַגּוֹיִם גִּלָּה צִדְקָתוֹ:ג זָכַר חַסְדּוֹ וֶאֱמוּנָתוֹ לְבֵית יִשְׂרָאֵל רָאוּ כָל אַפְסֵי אָרֶץ אֵת יְשׁוּעַת אֱלֹהֵינוּ:ד הָרִיעוּ לַיי כָּל הָאָרֶץ פִּצְחוּ וְרַנְּנוּ וְזַמֵּרוּ:ה זַמְּרוּ לַיי בְּכִנּוֹר בְּכִנּוֹר וְקוֹל זִמְרָה:ו בַּחֲצֹצְרוֹת וְקוֹל שׁוֹפָר הָרִיעוּ לִפְנֵי הַמֶּלֶךְ יי:ז יִרְעַם הַיָּם וּמְלֹאוֹ תֵּבֵל וְיֹשְׁבֵי בָהּ:ח נְהָרוֹת יִמְחֲאוּ כָף יַחַד הָרִים יְרַנֵּנוּ:ט לִפְנֵי יי כִּי בָא לִשְׁפֹּט הָאָרֶץ יִשְׁפֹּט תֵּבֵל בְּצֶדֶק וְעַמִּים בְּמֵישָׁרִים:
נקרא  5  פעמים

אתגר AI

ותשובה ותפילה וצדקה • אתגר 111

לוח מודעות

למעלה