מילים לשיר

שמואל גרינשטיין

יותר מעצב מגרפיקאי
מנוי פרימיום
עיצוב גרפי DIP
צילום מקצועי
D I G I T A L
מילות השיר:
אזוי פיל כח, אזוי פיל פלאג
לייגט מען אריין א יעדען טאג
מיט אזוי פיל הארץ און ליבשאפט אלעמאל
מיט א תפילה באגלייט אין טרערן אן א צאל
היט אויף מיין פארמעגן
אין אלע זייערע וועגן
פיל פרייד און גליק זאלסטו געבן

רבש"ע מיין הארציגע תפילה פארנעם
איך וויל זיי לערנען דעם דרך השם
לשמור ולעשות ולקיים
צו דינען דעם בורא מיט יראת שמים
איך וועל מיר אפגעבן און היטן אויף אים
אזא מתנה איך דאנק דיר פאר דעם
העלף אלע אידן זאלן דאס דערלעבן

פזמון:
קינדערלעך, איר זענט דאך אזוי הארציג און שיין
מיין ליבשאפט ווי קענט איר פארשטיין
איך קען אייך נישט פארגעסן וואו איר זאלט נאר זיין
פון מיר קענט איר קיינמאל אוועקגיין
ווייל איר זענט מיינע קינדערלעך

קינדערלעך ווי שיין איז דיין אידישע חן
דיין נשמה איז הייליג און ריין
די גאנצע וועלט, די הימלען די שטערן
אלע ווילן די תורה הערן פון אידישע קינדערלעך

ווי וואול איז פאר א אידיש קינד
עפען דיין הארץ געשווינד
די תורה לערן
אין הימל וויל מען הערן
פון דיר וועט נאך א צדיק ווערן
ווי וואול איז פאר א אידיש קינד
טאנץ און פריי זיך אצינד
ווייל ס'איז קיינמאל נישט שפעט
דער באשעפער זעהט
דיינע תפילות דיין געבעט

רבש"ע מיד בעטן דיר אצינד
האב רחמנות ווי א טאטע אויף זיין קינד
דערמען זיך שוין די צייטן פון אמאל
כי כרם השם צבקות בית ישראל
טאטע טאטע עפען דיין טיר
מיר בענקען אזוי אן א שיעור
מיר ווילן שוין צוריקגיין צו דיר

פזמון:
קינדערלעך, איר זענט דאך אזוי הארציג און שיין
מיין ליבשאפט ווי קענט איר פארשטיין
איך קען אייך נישט פארגעסן וואו איר זאלט נאר זיין
פון מיר קענט איר קיינמאל אוועקגיין
ווייל איר זענט מיינע קינדערלעך

קינדערלעך ווי שיין איז דיין אידישע חן
דיין נשמה איז הייליג און ריין
די גאנצע וועלט, די הימלען די שטערן
אלע ווילן די תורה הערן פון אידישע קינדערלעך

ווי וואול איז פאר א אידיש קינד
עפען דיין הארץ געשווינד
שובי אלי
די ביסט ווערד און כדאי
שוין אזוי פיל יארן און דאך געבליבן געטריי

ווי וואול איז פאר א אידיש קינד
טאנץ און פריי דיך אצינד
ווי וואול איז דיין טייל
כי בכם בחר קל
בני בני בכורי ישראל
 

אולי מעניין אותך גם...

הפרק היומי

הפרק היומי! כל ערב פרק תהילים חדש. הצטרפו אלינו לקריאת תהילים משותפת!


תהילים פרק קכו

א שִׁיר הַמַּעֲלוֹת בְּשׁוּב יי אֶת שִׁיבַת צִיּוֹן הָיִינוּ כְּחֹלְמִים:ב אָז יִמָּלֵא שְׂחוֹק פִּינוּ וּלְשׁוֹנֵנוּ רִנָּה אָז יֹאמְרוּ בַגּוֹיִם הִגְדִּיל יי לַעֲשׂוֹת עִם אֵלֶּה:ג הִגְדִּיל יי לַעֲשׂוֹת עִמָּנוּ הָיִינוּ שְׂמֵחִים:ד שׁוּבָה יי אֶת (שבותנו) שְׁבִיתֵנוּ כַּאֲפִיקִים בַּנֶּגֶב:ה הַזֹּרְעִים בְּדִמְעָה בְּרִנָּה יִקְצֹרוּ:ו הָלוֹךְ יֵלֵךְ וּבָכֹה נֹשֵׂא מֶשֶׁךְ הַזָּרַע בֹּא יָבוֹא בְרִנָּה נֹשֵׂא אֲלֻמֹּתָיו:
נקרא  62  פעמים

לוח מודעות

למעלה