עזרה למשהו יש את המילים לשיר 'בערל'

מ. ש

משתמש מקצוען
כתיבה ספרותית
של מוטי אילוביץ
באידיש ואם אפשר גם תרגום.
 

יאן

משתמש סופר מקצוען
כתיבה ספרותית
של מוטי אילוביץ
באידיש ואם אפשר גם תרגום.
ער וויל זיין א גוטער מאן
ער זאגן דעם ווייב איך האב א פלאן
איך ווייס ס'איז ערב שבת און דו האסט נאך אזויפיל וואס צו טון,
ארויס העלפן דיר איך גיי
איך וועל גיין אין גראסעריי
און איך וועל אויכעט מיטנעמען אונזער פינף יעריג זון.

ווי נאר ער זעצט זיך אריין אין קאר
הייבט זיך אן די פּיין און צער
דאס קינד שרייט איך וויל נישט גיין נאר אויב מאמי קומט,
ער זעצט זיך אראפ, ער שטעלט זיך אויף
די פענסטער אראפ, די פענסטער ארויף
איך דארף צו עסן, צינד אן מוזיק, דורכאויס דעם גאנצען וועג ער ברומט.

דער טאטע טוט די ליפן קייען
דער טאטע וויל זיך נעמען שרייען
מיין טייער קינד וואס גיבסטו אזא איבערקער'ל,
צום קינד ער גיט זיך א דריי ארום
און שטילערהייט גיט ער א ברום
"איך בעט דיך, האלט דיך רואיג, בערל".

ענדליך אין געשעפט מען שטייט
ס'איז ערב שבת איבערגעדרייט
שעפעלע כאפ אן מיין האנט דו זאלסט דיך נישט פארלירן,
דאס אינגל אבער ווי א קעגנער
נעמט זיך לויפן צו די וועגענער
טאטי לאמיר נעמען א וואגן און איך וויל עס פירן...

נאך איידער דער טאטע א ווארט ער גיבט
דאס קינד א וואגן ער שטיפט און שלעפט
זעצט אריין אין קונים, יעדער שרייט 'קוק ווי דו גייסט',
עס הייבן אן פליען זאכן
זעקלעך טראסקען, פלעשלעך קראכן
און דער טאטע קען קוים ווארטן צו ווערן אויסגעלייזט.

דער טאטע טוט די ליפן קייען
דער טאטע וויל זיך נעמען שרייען
מיין טייער קינד וואס מאכסטו מיר דאס לעבן אזוי שווער'ל,
צום קינד ער גיט זיך א דריי ארום
און שטילערהייט גיט ער א ברום
"אוי, איך בעט דיך, האלט דיך רואיג, בערל".

ביים באצאלן אט מען האלט

פלוצלינג אודך א געוואלד
דאס קינד ער באמערקט די אפטיילונג פון די ממתקים,
מיט קולות גיט ער א שריי
מ'דארף נאך קויפן נאשעריי
דער טאטע פראבירט אים בארואיגן מיט דברים רכים.

דאס קינד ווארפט זיך אויף דער ערד
דאס געשעפט ווערט איבערגעקערט
אפילו די בעל הבית אליין קומט אהין צו לויפן,
דער טאטע גיט זיך א קוק ארום
צענדליגע אויגן פון אומעטום
און טראכט צו זיך, איך מיין אז איך, קען שוין נישט מער דא קומען קויפן.

דער טאטע טוט די ליפן קייען
דער טאטע וויל זיך נעמען שרייען
מיין טייער קינד איך בעט דיך מיט א טרער'ל.
צום קינד ער גיט זיך א דריי ארום
און אונטער די ציין גיט ער א ברום
"נווו, איך בעט דיך, האלט דיך רואיג, בערל".

ער האלט שוין אויפן וועג ארויס
שפירט א קלאפ ער דרייט זיך אויס
א פרעמדער מענטש זאגט אים, ר' איד איך שטוין מיט ווינדער,
איך האב מיטגעהאלטן און געזען
אלעס וואס דא איז געשען
זאגטס מיר ווי נעמט מען אזא געדולד צו די קינדער.

דעם קלארן אמת איך זאג דיר באלד
איך וואלט מיך נישט איינגעהאלט
בלויז אייך באטראכטן, ביי מיר אין קאפ ארויף די בלוט-איז,
איר בייגט זיך צו אזוי כנהוג
'בערל האלט דיך רואיג'
ר' איד איך מוז אייך זאגן, איך ווייס נישט ווי אזוי איר טוט-עס.

דער טאטע טוט די ליפן קייען
און א שמייכעלע טוט זיך באנייען
ניין מיין פריינט לאמיר דיך געבן א ערקלער'ל,
צום קינד ער גיט זיך א דריי ארום
און שטילערהייט גיט ער א ברום
"מיין קינד הייסט חיים, 'איך' הייס בערל!"



קרדיט: https://miktzav.com/topic/408/מילים-לשירים-צריכים-מילים-לשיר-כאן-המקום-לבקש/686
 

מ. ש

משתמש מקצוען
כתיבה ספרותית
וואו, תודה!
עוזר לי ממש.
 

אולי מעניין אותך גם...

הפרק היומי

הפרק היומי! כל ערב פרק תהילים חדש. הצטרפו אלינו לקריאת תהילים משותפת!


תהילים פרק קיט ק'

קמה קָרָאתִי בְכָל לֵב עֲנֵנִי יי חֻקֶּיךָ אֶצֹּרָה:קמו קְרָאתִיךָ הוֹשִׁיעֵנִי וְאֶשְׁמְרָה עֵדֹתֶיךָ:קמז קִדַּמְתִּי בַנֶּשֶׁף וָאֲשַׁוֵּעָה (לדבריך) לִדְבָרְךָ יִחָלְתִּי:קמח קִדְּמוּ עֵינַי אַשְׁמֻרוֹת לָשִׂיחַ בְּאִמְרָתֶךָ:קמט קוֹלִי שִׁמְעָה כְחַסְדֶּךָ יי כְּמִשְׁפָּטֶךָ חַיֵּנִי:קנ קָרְבוּ רֹדְפֵי זִמָּה מִתּוֹרָתְךָ רָחָקוּ:קנא קָרוֹב אַתָּה יי וְכָל מִצְוֹתֶיךָ אֱמֶת:קנב קֶדֶם יָדַעְתִּי מֵעֵדֹתֶיךָ כִּי לְעוֹלָם יְסַדְתָּם:
נקרא  2  פעמים

אתגר AI

הסוואה • אתגר 21 • אתגר נושא פרסים 🎁

לוח מודעות

למעלה