בבקשה:
א דארפסמאן פון די אלטע צייט
פארט זיך א נסיעה זייער ווייט
אין א בית המדרש איז ער קיינמאל נישט געווען
ווי זעט אויס א שול וויל ער זען
אין שטאט’ישן בית המדרש איז ער אריין
ער זוכט א פלאץ אויף שבת וואו צו זיין
מען האט אים אויפגענומען אזוי ווי עס פאסט
שלום עליכם א חשובער גאסט
פרייטאג ביי נאכט געפעלט אים אלעס
ער כאפט באלד אזויפיל התפעלות
געזונגען צוזאמען האבן אלע
לכה דודי לקראת כלה
ס’קומט אבער שבת צופרי
א בעל תפלה צו הודו שיקט מען צו
מען פארשיקט אים ביי שוכן עד
ער פארשטייט נישט פון דעם דער פשט
ער איז געוועזן א שיינער בעל תפלה
מ’האט אים פארשעמט פאר די גאנצע קהילה
ער האט געדאווענט געשמאק און הויך
מ’האט אים פארשיקט אן א יישר כח
ביים ליינען א נייע מציאות
שטייט א גבאי און ער טיילט עליות
דער ערשטע עליה א בחור’ל באקומט
ער קוקט עס אן אינגאצן פארקרומט
א יונגערמאן האט באקומען שלישי
און אן אלטער איד האט באקומען שישי
וואס טוט זיך מיט דעם גבאי’ן פארשטייט ער נישט
אלט און יונג האט ער אויסגעמישט
צום גבאי’ן איז ער צוגעגאנגען
אן ענטפער טוט ער פארלאנגן
דו האסט אזא מאדנע התנהגות
ביטע פארענטפער מיינע פראגעס
עס טוט מיר וויי ליידער ליידער
פארוואס טיילסטו נישט עליות מיט קיין סדר
ווען דו גייסט מיט א סדר איז אסאך מער גרינג
פארוואס מישסטו אויס אלט און יונג
דער גבאי זאגט אים דו רעדסט זייער נער’יש
איך גיי דיר נישט אלעס זיין מפרש
ביזט קוים דא געקומען צו גיין
און שוין ווילסטו אלעס פארשטיין
דער גבאי זאגט דו רעדסט זייער נער’יש
איך גיי דיר נישט אלעס זיין מפרש
ביזט קוים אנגעקומען צו גיין
און שוין ווילסטו אלעס פארשטיין
—
דער משל זאגט אונז דער הייליגער חפץ חיים
איז דאך גלייך צו דעם מענטש און דער מלך חי וקים
דער מענטש איז דער גאסט וואס קומט אויף דער וועלט דא אהער
און דער גבאי מיינט מען נאר אים דעם הייליגן באשעפער
אוי דער מענטש איז קוים געקומען אויף דער וועלט דא צוגיין
און גלייך האט ער שאלות און ער וויל אלעס פארשטיין
פארוואס איינעם גייט גרינג און איינעם שווער
פארוואס איינער האט ווייניגער און דער צווייטער האט מער
אוי איינער האט רחבות אלעמאל
דער צווייטער מוטשעט זיך אן א צאל
פארוואס יענער אזוי גרינג ער פארדינט
און איך מוטשע זיך יעדן טאג
מיט אזויפיל צער מיט אזויפיל פלאג
איך האב קוים לחם לאכול צו געבן פאר מיין קינד
איינער א משפחה ערליך און שיין
קינדער איינס ביי איינס מלא חן
א צווייטער האט צער גידול בנים אן א שיעור
אוי איינער טוט שידוכים זייער גרינג
מ’צוכאפט זיינע קינדער ווען זיי זענען יונג
פאר א צווייטן גייט אזוי שווער ער פרעגט
באשעפער פארוואס פונקט ביי מיר
מענטש’לע מענטש’לע דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק
וויסן זאלסטו אז דו ביסט א גאסט אויף צייטווייליג
איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן
יעדע זאך האט א חשבון א קלארן
און דו ביזט קוים געקומען דא צו גיין
און יעדע זאך וואס איך טו איז דא א סיבה דערפאר
צי דו זעסט אז ס’איז גוט צי דו מיינסט אז ס’איז חלילה צער
ס’איז נישט פאר דיר צו זיין מברר
ואין לך רשות להרהר
מיין טייער קינד דו קענסט נישט אלעס פארשטיין
אוי א טומל אין שטאט א פחד א שרעק ס’פאלט
יעדער איינער שרייט באשעפער אוי אוי אוי געוואלד
א ביטערע צרה פאסירט האט אין א משפחה
יעדער פרעגט פארוואס, על מה עשה ה’ ככה
אוי אוי הייליגער באשעפער ס’טוט דאך אזוי וויי
ס’איז שווער צו פארשטיין פארוואס עפעס פונקט ביי זיי
האט אנגעטראפן אזא צער און אזא קלעם
יעדער איינער פרעגט למה למה ה’
אוי קינדער שטעם חטא לא טעמו
פרעגן וואו איז מיין טאטע און מאמע
זיי דרייען זיך ארום מיט שווערע פראגע’לעך
טרערן טוט מען פארגיסן
פארוואס ווערן אוועקגעריסן
אזעלכע יונגע ביימער און יונגע צווייגע’לעך
ביי איינעם געבוירן געווארן א קינד
לא עלינו נישט געזונט
די טאטע און מאמע פרעגן מיט וואונדער
זיי שטייען אומגעדולדיג
א ריינע נשמה אומשולדיג
הייליגער באשעפער פארוואס פונקט ביי מיינע קינדער
מענטש’לע מענטש’לע דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק
אבער וויסן זאלסטו אז דו ביסט א גאסט אויף צייטווייליג
איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן
יעדע זאך האט א חשבון א קלארן
און דו ביסט קוים געקומען דא צו גיין
און יעדע זאך וואס איך טו איז דא א סיבה דערפאר
צי דו זעסט אז ס’איז גוט צי דו מיינסט אז ס’איז חלילה צער
ס’איז נישט פאר דיר צו זיין מברר
ואין לך רשות להרהר
מיין טייער קינד דו קענסט נישט אלעס פארשטיין
מענטש’לע מענטש’לע דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק
אבער וויסן זאלסטו אז דו ביסט א גאסט אויף צייטווייליג
איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן
יעדע זאך האט א חשבון א קלארן
און דו ביסט קוים געקומען דא צו גיין
און יעדע זאך וואס איך טו איז דא א סיבה דערפאר
צי דו זעסט אז ס’איז גוט צי דו מיינסט אז ס’איז חלילה צער
ס’איז נישט פאר דיר צו זיין מברר
ואין לך רשות להרהר
מיין טייער קינד דו קענסט נישט אלעס פארשטיין
ס’איז נישט פאר דיר צו זיין מברר
ואין לך רשות להרהר
מיין טייער קינד די קענסט נישט אלעס פארשטיין